הירזשען

איך האב געפונען טאקע אין עטליכע געדרוקטע מקורים נוצנדיג אט א דעם ווארט אויך ווען מען וויל באשרייבן דעם קול פונעם אייזל, און ניט נאר פון דעם פערד. מיר דאכט זיך אז עס איז ניט אזוי שווער אזוינס צו זאגן, ווייל אזעטקענע דערשיינונגען געפינען מיר דאך אויך ביי אנדערע שפראכן, און דערפאר איז עס גארניט שווער אויסצודריקן זיך אזוי. אין וויינרייכס ווערטערבוך ברענגט ער אייגנטלאך דעם ווארט "שרייען" מיטן באדייטונג פון דעם קול פון אן אייזל, אבער עס איז אויך אינטערעסאנט אז דער טייטש געפינט זיך בכלל ניט אין אונדזער ווערטערבוך דא, און דא האט מען פאר דעם אייזל קיין ווארט ניט געפונען פאר זיין קלאנג, דערפאר וויל איך אט א אנמערקן אז הירזשען (אדער הירזשענען אין געוויסע געגנטן אין דער ליטע) איז לכאורה אויך צוגעפאסט צום קלאנג פונעם אייזל