אױטאָ

א גוטן אלע! איך האב געוואלט וויסן אויב עס איז פאראן א ייד וואס קען יידישע דיאלעקטיק און וואס קען מיר העלפן מיט אט דעם ווארט, ווי אויך מיט אלע אנדערע ווערטער וואס הייבן זיך אן מיט "אוי", אין וועלכע געגנטן פלעגט מען עס זאגן "אוו", א שטייגער-אווגוסט, אווטא, אווטאמאטיש, אווטאנאמיע, אד"ג, ביטע לאזט מיר וויסן וואס איר ווייסט וועגן דעם

Comments

װעגן געגנטן װײס איך נישט, אָבער מע רעדט דאָ װעגן אינטערנאַציאָנאַלע װערטער װאָס שטאַמען פֿון גריכיש און לאַטײַן. װען אַזױנע װערטער קומען צו ייִדיש דורך דײַטש, האָט מען געװײנטלעך אױף ייִדיש "אױ". אָבער אױף רוסיש האָבן די װערטער "אַװ", און דערפֿאַר, װען מע נעמט אַזאַ װאָרט אַרײַן אין ייִדיש פֿון רוסיש, הערט מען אױף ייִדיש אױך "אַװ". הײסט אַז די װאַריאַנטן מיט "אַװ" װאָס איר דערמאָנט געפֿינט מען ספּעציִעל װען ס׳איז דאָ אַן אײַנפֿלוס פֿון רוסיש.‏

יע, דאס האב איך געוואוסט, אז עס קומט פון רוסיש. אבער איך האב ספעציפיש געוואלט הערן וועגן ליטע. אין הארקאוויס ווערטערבוך שרייבט ער טאקע "אוו" אבער ער קומט מער פון א רוסישן געגנטן פון דער ליטע-נאווארעדאק. דערפאר האב איך געוואלט וויסן וועגן אנדערע געגנטן, ספעציעל ווייל אין וויינרייכס ווערטערבוך שטייט עס מיט "אוי" און ער קומט פון ווילנע, אבער איך האב געזען אלמאנאכן פון ווילנע און דארטן שטייט ביי די מאנאטן-"אווגוסט" אנשטאט אויגוסט. און אויך, אין א ספר פון א ייד פון ריגע האב אויך אויך געפונען מיט "אוו", און נאך מער-אין קאוונע, וואס איז גאר נענטער צו דייטשלאנד, האבן אויך גענוצט "אוו". דערפאר וויל איך הערן וואס מענטשן האבן צו זאגן וועגן ליטע אליין